פריוואטקייט פאליסי
וועלכע אינפארמאציע מיר זאמלען
ווען איר שרייבט זיך איין, זאמלען מיר נאר די אינפארמאציע וואס איר שרייבט אריין אין די פארעם: נאמען, נאמען פון ביזנעס, אינדוסטריע, טעלעפאן נומער, אימעיל אדרעס, וויאזוי איר נעמט יעצט באצאלונג, און באמערקונגען.
פארוואס מיר נוצן עס
די אינפארמאציע ווערט גענוצט נאר כדי זיך צו פארבינדן מיט אייך און אייך צו געבן מער אינפארמאציע איבער דער איניציאטיוו.
ווער זעט עס
די אינפארמאציע ווערט געהאלטן בעפעסטיגט, און נאר די פארוואלטער פונעם וועבזייטל האבן צוטריט דערצו. מיר פארקויפן נישט און טיילן נישט אייער אינפארמאציע מיט אנדערע. קיין נעמען, ביזנעסער אדער קאנטאקט פרטים ווערן נישט געוויזן עפנטליך.
פרייוויליג
די באטייליגונג איז גענצליך פרייוויליג. איינשרייבן זיך פארפליכטעט אייך נישט צו גארנישט.
יעדער ביזנעס באשטימט אליין
יעדער ביזנעס באשטימט אליין און אומאפהענגיג זיין אייגענע באצאלונג פאליסי. דער וועבזייטל קאארדינירט נישט, און מאכט נישט אפ, קיין פרייזן אדער באצאלונג תנאים צווישן קאנקורענטן.
אויסמעקן אייער אינפארמאציע
אויב איר ווילט אז מיר זאלן אויסמעקן אייער אינפארמאציע, ענטפערט אויף די אימעיל וואס איר באקומט פון אונז, און מיר וועלן עס אויסמעקן.